פּסוי קאָראָלענקאָ זינגט אַלכּסנדר גאָראָדניצקיס ליד “שניי“ אין יואל מאַטוועיעווס ייִדיש־איבערזעצונג
Psoy Korolenko performs Alexander Gorodnitsky’s song “Снег“ (“Snow“), translated by Yoel Matveyev from Russian into Yiddish specially for the author’s 90th birthday.
The Spring MusArt Fest, Sunnyvale Baylands Park, California, March 18, 2023.
Video by Psoy Korolenko, personally given for the Yiddish Culture/Yiddish Heritage project.
Text of the translation:
אין אָט די שעהען, ווען יעדער נאָך שלאָפֿט,
טרעשטשעט אין פֿײַער אַ סוק.
צווײַגעלעך שעפּטשען, און דאַכט זיך מיר אָפֿט,
ווען אַלץ אין שניי אײַנגעטוקט:
הילמען פֿאַרגעסענע בלויע,
זעלטענע בריוולעך אַהיים...
סאָסנעלעך קרענקלעכע גרויע,
האַרבסט גייט פֿאַרבײַ און לאַנג דויערט
ווינטער — דער אַרקטישער חן.
שניי, שניי, שניי, שניי,
איבער געצעלט אונדזער דרייט זיך.
בלײַב מיר געזונט, קורצע נאַכט – רויִק פֿאַרגיי.
שניי, שניי, שניי, שניי,
שטיל אויף דער טונדרע ער לייגט זיך.
פֿראָסטיקע טײַכן אין שטילן זאַוויי –
שניי, שניי, שניי.
דאָרט, אויף דײַן זײַט פּעטראָגראַדער גייט איצט
פֿריילעך, אַ שנייעלע זיס,
וועט אין די וויִעס ער געבן אַ בליץ.
ליגן ווי פּוך בײַ די פֿיס.
רירט דײַנע צעפּ סתּם אַזוי ער,
מיט אַ געפֿריר ווי פֿאַרטראַכט,
קומט צו בולוואַרן און טויער,
אַ לענינגראַדישער בלויער
ווידער אַראָפּ אַ פֿאַרנאַכט.
שניי, שניי, שניי, שניי,
הינטערן פֿענצטערל דרייט זיך,
און דײַנע אויגן ניט רירט – ווײַט־ווײַט פֿון זיי.
שניי, שניי, שניי, שניי,
וואָס אינעם חלום דיר זעט זיך?
פֿראָסטיקע טײַכן אין שטילן זאַוויי –
שניי, שניי, שניי.
צי אינעם האַרץ אונדזער אָנדענק נאָך האָסט? –
זינגט אויפֿן וועג מיר דער ווינט.
צווישן טומאַנען, און וויוגעס, און פֿראָסט
בין איך פֿון דיר ווײַט אַצינד.
אונדזערע העלע געצעלטן,
זאָלסט זיך דערמאָנען, ווען מיד.
כאָטש איבער ימען און וועלטן,
כאָטש איבער רעגנס און קעלטן
וועט צו דיר קומען די ליד.
שניי, שניי, שניי, שניי,
איבער דער טײַגע ער דר